background

Stories & Memories of Bubby (Golda) Aronow

By: מענדל צייטלין May 5

וען מיר זיינען ארויס פון רוסלאנד

וען מיר זיינען ארויס פון רוסלאנד בין איך יעמאלט געווען א קליין מיידל, איין טאג האט מיין טאטע מיר געזאגט אז מיר פארן באזוכן א מומע, מיר האבן אפילו ניט געזאגט צום שכן וואס האט געלעבט לעבן אונז. דריי וואכן זיינען מיר געפארן אין א וואגאן וואס פירט תבואה, מיין טאטע האט פארברענט די אלע רוסישע פאספארטן, און ער האט געזאגט אז יעצט זיינען מיר נאר אין די הענט פון דעם אויבערשטן, (ווייל אין רוסלאנד קען מען ניט גיין אפי' צוויי שריט אן א פאספארט), און מיר האבן אלע געדארפט איינ'חזר'ן אנדערע נעמען און וואו מ'איז געבארן געווארן וכו' איך בין געבארן געווארן אויפן פאספארט אין לבוב אין פוילין. 

עס איז געווען א גרופע פון פערציק רוסישע חסידים, און אלע זיינען געווען אין איין וואגאן, און עס זיינען געווען מער וואגאנען פוהל מיט פוילישער אידן, (מיט אמת'ע פאספארטן). 

פון די חסידים וואס זיינען געווען מיט אונז זיינען געווען אויך ר' ניסן נמנוב און ר' מאטל לוין (א זון פון ר' ישראל פון טאשקענט), וואס ער איז שוין געווען א חתן, און די כלה זיינע איז אויך געווען מיט אים, זי איז געווען ר' אברהם מאיור'ס טאכטער, לכתחילה איז געווען שאלות היתכן וכו' אבער בפועל מיט אנדערע איז ניט געווען א פראבלעם. 

ר' ניסן און אנדערע חסידים האבן שוין ניט געגעסן א פאר טעג פאר די נסיעה און זיי האבן נאר געזאגט תהלים א גאנצן טאג, עס איז געווען ממש סכנת נפשות, קיינער פון אונז האבן ניט געקענט קיין פויליש, מיר האבן נאר געקענט אידיש און רוסיש, האבן מיר געבעטן א פאר פוילישער'ס אז זיי זאלן זיצן אין אונזער וואגאן אבער קיינער פון זיי האט ניט געוואלט. 

בפועל האט מען געזאגט אז מיר זאלן ריידן אויף אידיש ניט אויף רוסיש, ניט יעדער איינער האט געהאט א פאספארט עס איז געווען נאר א פאפיר וואס אויף איר איז געווען פארצייכענט אלע נעמען פון די גרופע, אין די באן זיינען ניט געווען קיין בענק נאר אלע זיינען געזעסן אויפן פאל מיט די פארמעגן, ווען מיר זיינען אנגעקומען צום גרעניץ זיינען אלע ארויס פון וואגאן, און זיי זיינען אריין אין וואגאן און געזוכט צי איימיצער איז נאך דארט, און דערנאך האבן זיי געפרעגט יעדער איינער זיין אינפארמאציע, און ווען זיי האבן געענדיקט מיט יעדן איינעם האבן זיי צו אים געזאגט גיי צוריק אריין, יעדער איינער האט געבענקט צו הערן "גיי צוריק אריין" ווייל אויב ער האט געהערט "בלייב דא", מיינט דאס אז ער וועט דארטן בלייבן אין סיביר (ר' בערקע חן פון אן אנדערע גרופע איז טאקע געבליבן צוליב דעם א פאר יאר אין סיביר, די ווייב און קינדער זיינע, זיינען אויך ארויס פון וואגאן און געבליבן מיט אים). 

ווען זיי האבן גערופן מיין טאטע איז ער געווען זייער פארציטערט און וויבאלד די נאמען איז ניט געווען אן אמת'ע האט עס געדויערט אביסל צייט צו ענטפערן ביז איימיצער האט אים א שטופ געטאן און ער האט געדיינקט זיין נאמען און האט געענטפערט.

ב"ה אין אונזער גרופע זיינען אלע ארויס. נאר נאכדעם וואס מיר זיינען ארויס בשלום האט ר' ניסן און אנדערע גענומען עפעס אין מויל. ווען מיר זיינען אנגעקומען אין פאקינג דייטשלאנד, האבן ר' מאטל לוין און זיין כלה געוואלט חתונה האבן, אבער זיי האבן געווארט ביז די עלטערן וועלן קומען, די עלטערן זיינען אנגעקומען א פאר חדשים שפעטער, האבן זיי יעמאלט חתונה געהאט, און דאס איז געווען דער ערשטער חתונה אין פאקינג דייטשלאנד. 

דו ווייסט ווי אזוי עס איז אויסגעוואקסן אזא מענטש ווי ר' זלמן שמעון דווארקין? זיין טאטע איז ניט געווען א ליובאוויטשער חסיד, אבער ער האט געבראכט זיין זון אין ליובאוויטש נאך פאר ער איז געווען בר מצוה און דער פריערדיקער רבי האט אים ניט אריינגעלאזט ווייל ער איז געווען צו יונג, און דער פריערדיקער רבי האט געזאגט אז לערנען אין ישיבה קען ער ווייל עס קאסט נישט קיין געלט אבער עסן און שלאפן אין ישיבה קען ער ניט ביז א געוויסע גיל, אבער זלמן שמעון האט זייער שטארק געוואלט לערנען און זיין טאטע איז געווען זייער ארעם און האט ניט געהאט געלט צאלן איימיצער אז ער זאל בא אים איינשטיין אין שטוב, אבער אויף איין חודש האט ער אויסגעקראצט געלט. 

א גאנצן טאג האט ער געלערנט אין ישיבה און באנאכט איז ער געקומען אין זיין אכסני' און מען האט אים געגעבן אביסל הייזע זופ און ער איז געגיינגען שלאפן, און דאס איז געווען די סדר א גאנצן חודש אז א גאנצן טאג האט ער גארניט געגעסן און נאר באנאכט האט ער עפעס גענומען אין מויל, און אזוי איז נמשך געווארן ביז אביסל איבער א חודש, ביז די בעל-הבית'טע האט אים א זאג געטאן אינגעלע דו דארפסט אוועקגייען פון שטוב איך קען דיר מער ניט געבן קיין עסן, ווייל דיין טאטע קומט אונז געלט א וויילע און באצאלט אונז ניט, איז בלית ברירה האט זלמן שמעון געדארפט אוועקגייען פון שטוב, איז ער ארויס און האט געטראכט אז ער וועט שלאפן אין ישיבה אויף א באנק, און ער האט דאך א קאלדערע (וואס ער האט באקומען פון זיין שוועסטער) אויף צו לייגן אונטערן קאפ, אבער די בעל-הבית'טע האט אים גערופן צוריק און האט געזאגט אז זי דארף דעם קאלדרע אלס משכון, איז ער געגיינגען אין ישיבה און איז געשלאפן אויפן באנק אן א קאלדרע, און ער האט נאר געגעסן איין מאל א וואך ווען די אלטע רביצין שטערנא שרה פלעגט געבן עסן צו די בחורים וואס עסן ניט אין ישיבה, און דאס איז נמשך געווארן ביז ער איז געווארן גענוג אלט כדי נתקבל ווערן אין ישיבה, און פון דאס איז אויסגעוואקסן זלמן שמעון דווארקין.

 
Share Your Story

 
loading Processing...